דער אינגער אין צפת, אז גיוועזען אזוי שטאר, אז מענשען זאנען ממש געשטארבען אר אינגער. דאמונט, איז געוועזען אזוי ווי מזאגטאזוי: "יש שבר במצרים". איז אלע אסטרייכעשע אידן זאנען אוועק געפארען קיין וויען, ווילע מהאט געזאגט אז אין וויען איז דא אי האסען אי פרנסה.
איך בין גהוועזען אאסטרייכישער. האב איך געהאט דאס רעכט צו פארען קיין וויען. האבער קיין געלט אוף שפייזען האב איך נישט געהאט, האב איך קאט גיקענט בארהאפטען. האב איך בארזאגט מיין פרוי מיט איר שוועסטער, און דעם מאל האבען מיר געהאט אקליין קינד, אאינגאלע. זאנען זיי אוועק געפארען קיין וויען, און אין בין געבליבען אליין אין צפת מים מיין שווער. זייאנדיק אלייען, זאנען מיר געווען די בעלי בתים, מיר זאנען געווען די קעכערס, מי זאנען געווען די וועשערס, מיר זאנען געווען די שפונג'רס. אלעס זאנען מיר געווען אלייען, ווארום קיין געלט צו דינגען נישט סי איז געוועזען וועמען צו דינגען, נישט מהאט געהאט מיט וואם צו דינגען.
ווי די מיינסע זאל נישט זיין, האבען זאך מיר ביידע זאך געלעבט צוזאמען, איך מיט מיין שווער האבען זאך געלעבט אין איין דירע.
און דעמאלט האט דער ג'וינט, האדער אפשר נישט דער ג'וינט, האט מען געגעבען אין צפת ייעדען איינעם ארוטעל מאה, האט מען געגעבען.
און דער צפסער רוטעל אנקייגען ירושלים, וויניקער מיט אצענטעל, דאס הייסם ירושליימער 12 האנסעס ארוטעל איז דער צפאסער געוועזען נאר 11 האנסעס ארוטעל.
מוירע האבענדיג, טאמער חלילה וחס, וועט איינער העסען מארער צון דען צוויטען, האדער איינער וועט חס וחלילה, אונרירון ייענעמס אביסעל מצה, האט מען, אזוי ווי מיר באבען אריינגענומען די מצה אין שטוב ארייען, האט העא זאך זיין רוטעל און איך מיין רוטעל, האט זאך ייעדער איינער מסדר געוועזען הויף זיעבעל חלקים פון ייעדען פעקעל. און מהאט האכטונג געגעבען שטארק, אז יידער איינער זאל, חס וחלילה, נישט דעם אנדערער צינעמען אפיצאלע מצה. געווענדליך, אין אינגער וויפעל מהאט, ווערט מען נישט זאט, וואס מערער מהאט געגעסען, איז מען געוועזען מערער אינגריקט, און אז מהאט געקוקט די מצה אין די אויגען ארייען, מהאט מוירע גהאט טאמער חו"ח אז טאמער מוועט האב בייסען האביסעלע מצה מערער, האט מען אונגבייקען אינגריקע צייט, און מהאט געהענדיקט אינגריקע רייט, זאנען מיר ביידע ארים געגאנגען איגריק אגאנצון טאג.
איך בין געווען את"ק איד. האב איך געגאנגען געווינליך אויפען פעלד. איינמאל בין איך געקומען קריג פון פעלד.
וויסטזאך אז מיין שווער איז געוועזען נעבאך זייער אינגעריקף האט הער געגאנוועט, נעבאך, פון קלייט, איינעם אוועלשינען ניס, און האט געגעסען, נעבאך, הער האט געוואלט זאך מחייה זיין. און איך האב געקומען ארום, און איך האב העם "געפאקט" ווי דער שולכטס פון דעם ניס ליגט אויפען טיש. האט דער איד, נעבאך,אזוי דערשראקען, און האט געגעבען אתאפ דעם ניס די שולאכס, און האט האם געוואלט באאלטען, איך זאל נישט מערגען אז הער האט, נעבאך, גענומען אניס אוף צו העסען. איך האב דאס דערזייען, האט מיר אין הארצען האט האס מיר געגעבען אשטוך אין הארצען, אז איך האב געשפירט ממש אז איך פאל אנידער באלט חלשות.
און סי האט מיר זייער זייער שטארק וויגיטאן דער הארץ אויך הזאמען מצב ווי מיר זאנען צו געקומען.
איז צום צוויטען מאל, אז איך בין געגאנגען הויפען פעלד, און איך בין געקומען סהיים, איז איך אוינפייג גאס, ווייעג איך אונהייבען צו שרייען: "יאנקעל, בערעל, שמערעל," – וועלעכע נאמען סי איז מיר איינגעקומען צו געדיינקען, – "וואס לויפטע אזוי, וואט אביסעל." און די קולום זיינען געווען אזוי גרויס אז מיין שווער האט געחערט אין קלייט. אז איך בין געקומען אין די קלייט, איז געווען דער טיש רייען. הער האט האס האפגעווישט. איך האב קיינמאל נישט הונגיהאבען צו וויסען צו הער האט יא געגעסען נים האדער נישט. ס האט מיר נישט אינטרעסירט, ס האט מיר נישט געהארט. אדרבה, איך בין געוועזען צופרידען, כדי הער זאל זאך קענען אם יסעל שטילען דעם אינגער.
אזיי ארום, אבען מיר זאך געפלאקט אין דעם מלחמה. די מלחמה, דאס איז געוועזען צווישען מערקיי, איינגלאנד, און דייטשלאנד, פוילען.